וואס איז די תפקיד פון די מאן און די פרוי?
וויאזוי זיך צו מכבד זיין כדי צו קענען מכבד זיין די פרוי?
וויאזוי הייבט מען אן/דערפרישט מען קשר?
די וועג צו אהבה?
וויאזוי קומט מען זיך יא אויס מיט מיינונגס פארשידענהייטען?
וויאזוי אריינצוברענגען א רוחניות אין שטוב?
און נאך. . .
ווען מען האט חתונה טראגט מען מיט זיך א געוואלדיגע אחריות וואס מען האט נישט געהאט ביז יעצט, אנגעהויבן פון לעבן צוזאמען מיט די בני בית וואס איז א גאנץ אנדערע נאטור, ביז אויפשטעלן א אידישע שטוב אויף ריכטיגע יסודות, חינוך הילדים, פרנסה, און נאך.
יעדע חלק איז קריטיש וויכטיג ארויסצוהאבן מיט א קלארקייט אויב נישט קען מען זיך ח"ו אנשטויסן אין פראבלעמען.
ר' אהרן גראסמאן האט פיל יארן עקספעריענס דורכן זיין א מדריך לחתנים פאר צענדליגע יארן. און געבט איבער די מהלך מיט א קלארקייט אנגעהויבן פון די יסודות ביזן אראפברענגען אויף הלכה למעשה.