ווען מען האט חתונה טראגט מען מיט זיך א געוואלדיגע אחריות וואס מען האט נישט געהאט ביז יעצט, אנגעהויבן פון לעבן צוזאמען מיט די בני בית וואס איז א גאנץ אנדערע נאטור, ביז אויפשטעלן א אידישע שטוב אויף ריכטיגע יסודות, חינוך הילדים, פרנסה, און נאך.
יעדע חלק איז קריטיש וויכטיג ארויסצוהאבן מיט א קלארקייט אויב נישט קען מען זיך ח"ו אנשטויסן אין פראבלעמען.
ר' אהרן גראסמאן האט פיל יארן עקספעריענס דורכן זיין א מדריך לחתנים פאר צענדליגע יארן. און געבט איבער די מהלך מיט א קלארקייט אנגעהויבן פון די יסודות ביזן אראפברענגען אויף הלכה למעשה.