כח ההשפעה קומט אריין אין אונזער לעבן אסאך מער ווי אונז טראכטן.
א טאטע פאר זיינע קינדער, א מגי"ש/מלמד פאר זיינע תלמיד/ים משפיעים, רמי"ם פרטים בעלי דרשנים, וואס ווילן אז זייער שומע אדער מקבל זאלן באמת זיין נייגעריג, און אויפכאפן וואס מען וויל איבערגעבן, און הנאה האבן.
עס קען זיך דאכטן אז משפיע זיין פאר אנדערע איז א פשוט'ע און גרינגע זאך, נעמענדיג אבער אין באטראכט אז מיר ווילן נישט אז עס זאל זיין אן איינזייטיגע, נאר פון די משפיע , נאר אז סיי די משפיע און סיי די מקבל זאלן ביידע זיין א חלק דערין, מיר ווילן אז די שומע/ים זאלן עס מיטלעבן פון אנהויב ביז צום סוף און עס פארשטיין און קענען איבערזאגן נאכן שיעור.
די באקאנטע מחנך הרב שלום יעקב וואזנער שליט"א וואס איז באקאנט מיט זיין כח ההשפעה ברבים ובפרטיות האלטדיג געשפאנט די שומעים מיט זיינע דרשות, געבט איבער די נוטיגע כללים פאר א געלונגענע דרשה/שיעור.